געבורט |
1250 קעלן |
---|---|
טויט |
24 אקטאבער 1327 (אלט 77 בערך) טאלעדא, שפּאַניע |
וואוינארט | קעלן, טאלעדא |
פאך | טעאלאג, רב, פילאסאף |
רבינו אשר בן יחיאל (ה'י', 1250 - ט' חשוון ה'פ"ח, 1327), גערופן דער רא"ש, איז געווען פון די גרעסטע מפרשים פון די תלמוד בבלי און פוסקים און האט געהאט אן איבערוועגנדיגע השפעה אין אויספארמירן די הלכה אין יידישקייט.
דער רא"ש איז געבוירן אין אשכנז (היינט דייטשלאנד), צווישן די יארן ה'ה'-ה'י'. זיין פאטער רבי יחיאל בן אורי איז געווען א גדול בתורה און האט געהאלטן קארעספאנדענץ מיט די גדולי הדור. אויך איז ער באוואוסט מיט זיין אפגעהיטנקייט און ווערט בארעכנט איינער פון די חסידי אשכנז. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי אליעזר בן נתן (דער ראב"ן).[1]
אין זיינע יונגערע יארן האט דער רא"ש געלערנט ביי זיין פאטער רבי יחיאל. דערנאך האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער ישיבה פונעם מהר"ם פון ראטנבערג, וואס איז געווען דער פירנדער פוסק אין אשכנז אין יענער תקופה, און ער איז גיך געווארן זיין תלמיד מובהק. במשך די יארן האט דער רא"ש געפרעגט צענדליקע שאלות אין הלכה צום מהר"ם, און יענער האט אים געענטפערט מיט גרויסער ערע.
אין יאר ה'מ"ו (1286) האט מען אריינגעלייגט זיין רבי דעם מהר"ם אין תפיסה מיט א באשולדינג פון אנטלויפן פון דייטשלאנד און א קאנספיראציע צו ארגאניזירן א מאסן אנטלויף. דער קייסער האט געמאָנט פון די יידן אן אויסערגעוויינלעכן סכום געלט פון 20,000 מארק כדי אים אויסצולייזן, און דער רא"ש האט אונטערגענומען צו ברענגען דאס געלט און האט טאקע געזאמלט דאס אויסלייז-געלט. צום סוף האט מען נישט געקענט אויספירן ווייל דער מהר"ם האט נישט געלאזט אז מען זאל אים אויסלייזן פאר אזויפיל געלט, וואס וועט אוודאי ברענגען אז די רעגירונג וועט פרובירן דאס זעלבע נאכאמאל, לויט דער הלכה אז "אין פודים את השבויים יתר על כדי דמיהן" (מען טאר נישט אויסלייזן געפאנגענע מער פון זייער ווערט)(משנה, מסכת גיטין, פרק ד', ו').
די פסקי הרא"ש איז איינע פון די פראמינענטסטע פירושים אויף תלמוד בבלי וועלכע איז פאררעכנט אלס יסוד פארן שלחן ערוך צוזאמען מיטן רי"ף און רמב"ם.
ער איז פון די גרעסטע און סאמע פריסטע פוסקים, וואס זיין פירוש איז געדרוקט אין די ווילנער און אנדערע ש"ס'ן גלייך נאך דער גמרא.
ער באציט זיך אין זיין ספר בלויז צו הלכות וואס זענען נוגע היינטיגע צייטן. דער רא"ש האט שוין געזען דער ספר פונעם רי"ף און ברענגט אים אין זיין פירוש, אסאך מאל מיטן לשון.
ער שרייבט שארף אז ער רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיטן אמת: מעיד אני שמים וארץ שאיני חוקר וחופש וחוטט לבטל דבריך, אך אם הייתי יכול לקיימם, היו חביבים עליי מאוד. אך מה אעשה, תורתנו תורת אמת, ואין אדם רשאי להחניף בה.
ער קריגט אסאך אויפן רמב"ם און קעגן די ספרדישע רבנים וואס פסק'ענען פון די ספרים פונעם רמב"ם אן לערנען די גמרא, ווי אויך האט ער זיך אנגעשלאסן אינעם חרם וואס דער רשב"א האט געמאכט קעגן לערנען פילאזאפיע אונטער די פינעף-און-צוואנציג.
אויך האלט ער אז מ'קען זיך קריגן אויף די פסקים פון די גאונים אויב מ'טרעפט ראיות דערויף אין גמרא.
אסאך פירושים זענען במשך די יארן געשריבן געווארן אויף די פסקי הרא״ש.
זיין זוהן רבי יעקב בעל הטורים האט מחבר געווען א ספר הרמזים, ווערט אויך גערופן רמזי אשר"י, וועלכע איז א קיצור פון די פסקים פון זיין טאטן. אינעם תלמוד איז עס געדרוקט אנטערן נאמען קיצור פסקי הרא"ש.
זיין מערסט באוואוסטער זון איז רבי יעקב בעל הטורים. זיינע אנדערע זין זענען רבי יהודה בן הרא"ש, ממלא מקום פון זיין פאטער אין טאלעדא און מחבר פון שו"ת "זכרון יהודה", רבי יחיאל בן הרא"ש (זיין בכור), רבי שלמה החסיד, רבי משה און נאך.